ווייניג אמעריקאנער
שטיצן טראמפּ'ס פּלענער
צו פעדעראליזירן
גרויסע סיטיס

וואשינגטאן – בלויז א דריטל אמעריקאנער בירגער שטיצן די פּלענער פון פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ אריינצושיקן פעדעראלע טרופּן און נעשאנעל גארד זעלנער צו גרויסע סיטיס איבערצונעמען די אויפגאבן פון די לאקאלע פּאליציי.

א נייע "אסאסיעטעד פּרעס" אנקעטע צייגט אז בלויז 32 פּראצענט אמעריקאנער האלטן אז עס איז אקצעפּטירבאר, אין דער צייט וואס 55 פּראצענט זענען דערקעגן. צווישן רעפּובליקאנער זאגן אביסל מער ווי האלב אז זיי שטיצן עס.

די אנקעטע צייגט אז טראץ וואס א מערהייט בירגער זענען באזארגט וועגן דעם פּראבלעם פון פארברעכנס אין גרויסע סיטיס איבער'ן לאנד, האלטן זיי נישט אז עס איז די אויטאריטעט אדער אויפגאבע פון דער פעדעראלער רעגירונג.

די ציפערן קומען אין א צייט וואס די טראמפּ אדמיניסטראציע האט פעדעראליזירט וואשינגטאן די-סי'ס לאקאלע פּאליציי דעפּארטמענט און דער פּרעזידענט ווארנט דאס נאכצומאכן אויך אין שיקאגא, באלטימאר, ניו יארק סיטי.

האט איר שוין גענוצט
א ביזנעס קאנסאלטענט
אין אייער ביזנעס?

11% יא, און כ׳האב געזען גאר גוטע רעזולטאטן

18% יא, און כ׳האב געזען אביסל רעזולטאטן

18% יא, און כ׳האב געזען זערא רעזולטאטן

21% ניין, ווייל איך גלייב נישט אז ס׳טוט אויף

8% ניין, ווייל איך האב נישט געלט דערפאר

24% ניין, איך בין נישט א ביזנעס אייגענטומער

פראנקרייך פארוויקלט
אין פּאליטיק קריזיס

פּאריז – דער פראנצויזישער פּרעמיער מיניסטער פראנסווא בעיראו האט געמאלדן אז דער פּארלאמענט וועט אין סעפּטעמבער דורכפירן א "קאנפידענץ" אפּשטימונג איבער דער עקזיסטירנדיגער רעגירונג קאאליציע, וויבאלד ער וויל זען וויפיל שטיצע ער האט פאר זיינע פּלענער דורכצופירן ברייטע שפּענדונג שניטן. אלע פּאליטישע אנאליסטן ערווארטן אז בעיראו וועט פארלירן די אפּשטימונג, וואס וועט איינווארפן די יעצטיגע קאאליציע. אנקעטעס צייגן אז א מערהייט בירגער ווילן פרישע נאציאנאלע וואלן נאכדעם.

מעלבוירן: איראן פאנדינג
אין שוהל אטאקע

אויסטראליע –שפּיאנאזש אויטאריטעטן אין אויסטראליע זאגן אז דער וועג וויאזוי זיי האבן פארבינדן איראן צו דער ארסאן אטאקע אויפ'ן "עדת ישראל" שוהל אין מעלבוירן, איז געווען דורכ'ן נאכגיין פאנדינג און טרעפן קלארע באווייזן אז איראן האט פינאנצירט אלעס ארום דעם אינצידענט. די באאמטע האבן אבער קלארגעשטעלט אז די גרופּע יוגנטליכע וועלכע האבן פאקטיש דורכגעפירט די ארסאן אטאקע האבן ווארשיינליך ניטאמאל געוואוסט אז זיי ארבעטן פאר איראן, נאר פאר א לאקאלע קרימינאלע באנדע.

דענמארק ברויזט איבער
איינפלוס קאמפּיין

קאפּענהאגען – א פרישער דיפּלאמאטישער ריס האט זיך געשאפן צווישן אמעריקע און דענמארק, נאך וואס דענישע אויטאריטעטן האבן געטראפן באווייזן אז די אמעריקאנער רעגירונג פירט שטילערהייט א פּראפּאגאנדע קאמפּיין צווישן איינוואוינער אויפ'ן גרינלאנד אינזל צו שאפן א ריס מיט דענמארק, וועלכע פארפיגט אויף גרינלאנד. דער קאמפּיין נעמט אריין דריי אמעריקאנער וואס זענען פארבינדן דירעקט מיט פּרעזידענט טראמפּ, וועלכער האט נאכאנאנד גערעדט אז אמעריקע זאל פארכאפּן גרינלאנד צוליב איר סטראטעגישע ווערד.

פּאריז: ארעסט איבער
שוהל אטאקע פּלאן

פראנקרייך – פראנצויזישע פּאליציי האבן ארעסטירט צוויי מוסולמענער אראבישע יוגענטליכע אין פּאריז, אויף פארדאכט אז זיי האבן פּלאנירט צו אטאקירן עטליכע שוהלן אין דער הויפּטשטאט. די צוויי, וועמענס אידענטיטעטן זענען נישט ארויסגעגעבן געווארן צוליב וואס זיי זענען אונטער 18 יאר, האבן געהאט פארשפּרייט אייסיס טעראר פּראפּאגאנדע און האבן דיסקוסירט צווישן זיך פּלענער צו אטאקירן שוהלן אין פּאריז און אויך דעם גרויסן "אייפעל טורעם".

גערויבטע מאלעריי
געפונען אין רעקלאמע

אייראפּע – א מאלעריי וואס איז גערויבט געווארן פון א האלענדישער אידישער מאלעריי האנדלער ביים צווייטן וועלט קריג איז מיטאמאל ערשינען אין א בילד וואס איז פּובליצירט געווארן אויף א ריעל עסטעיט רעקלאמע אין בוענאס איירעס. די רעקלאמע איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך פרוי קאדגיען, א טאכטער פון פרידריך קאדגיען, וועלכער איז געווען א געהילף פון הערמאן גאהרינג. פרוי קאדגיען האט אפילו נישט געכאפּט אז זי פּובליצירט מיט'ן בילד פון איר הויז אויך א בילד פון דער מאלעריי.

טראמפּ וויל קלאגע קעגן
דזשארדזש סאראס

וואשינגטאן – פּרעזידענט טראמפּ האט אפּעלירט אז דער ליבעראלער ביליאנער דזשארדזש סאראס און זיין זוהן זאלן ווערן אנגעקלאגט אין אנפירן א קרימינאלע אפּעראציע, זאגנדיג אז סאראס און זיין זוהן האבן געשטיצט און פינאנצירט ווילדע פּראטעסטן לענגאויס אמעריקע. די באשולדיגונגען קומען אינמיטן גרויסע פּראטעסטן איבער'ן לאנד קעגן טראמפּ'ס אימיגראציע פּאליסיס און קעגן טראמפּ'ס באנוץ פון פעדעראלע טרופּן און נעשאנעל גארד אין אמעריקאנער ליבעראל-קאנטראלירטע סיטיס.

קאורי לאוואנדאוסקי
מאכט נייע קאפּ ווייטאג

וואשינגטאן – קאורי לאוואנדאוסקי, דער לאנגיעריגער טראמפּ ראטגעבער וועלכער דינט אלס הויכער ראטגעבער אינערהאלב דער היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט, מאכט לעצטנס קאפּ ווייטאג פאר טראמפּ אדמיניסטראציע באאמטע דורכ'ן אליינס איבערקוקן און וועטאאירן גרעסערע קאנטראקטן נאך איידער עס קומט אן צום היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר פרוי נאעם, וואס פארשלעפּט "פימא" אפּעראציעס און דיזעסטער רעאקציע. באאמטע ווארענען אז לאוואנדאוסקי איז בלויז א שטער פאר די אגענטור.

פרישע מאסן סקול
שיסעריי שאקירט לאנד

מינעסאטע – א פרישע מאסן-שיסעריי האט פּאסירט נעכטן, דאסמאל צילנדיג א קאטוילישע רעליגיעזע סקול, וואו צוויי קינדער זענען אומגעקומען און דער שיסער איז דערנאך באגאנגען זעלבסטמארד. די עף-בי-איי האט געזאגט נאכדעם אז דער שיסער איז ראבערט וועסטמען און די שיסעריי ווערט געפארשט ווי א דאמעסטישע טעראריזם האס אטאקע, נאך וואס מען האט געטראפן קלארע באווייזן אז וועסטמען האט דירעקט געצילט קאטוילישע גלויביגע. אויף זיינע וואפנס האט ער געהאט אנטיסעמיטישע און אנטי-טראמפּ אויפשריפטן.

אומלעגאלע אימיגראנטן
בלאקירט פון הילף

וואשינגטאן – די טראמפּ אדמיניסטראציע האט גענומען שריט צו בלאקירן עמורדזשענסי הילף פון אומלעגאלע אימיגראנטן. א נייע פאדערונג פונעם היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט לויטעט אז סטעיטס און נאנפּראפיט ארגאניזאציעס, א שטייגער ווי "רעד קראס" וועלן נישט מעגן העלפן אומלעגאלע אימיגראנטן נאך דיזעסטערס, און אויב זיי העלפן יא וועלן זיי אויסשטיין צו פארלירן פעדעראלע פאנדינג, צוליב וואס ס'וועט באטראכט ווערן ווי א פארלעצונג פון פעדעראלע אימיגראציע געזעצן.

עף-די-עי מעלדט טויש
אין וואקסין פּאליסי

וואשינגטאן – די עף-די-עי האט אנולירט די עמורדזשענסי באנוץ אויטאריזאציע וואס איז געווען אויף די קאוויד וואקסינען, ברענגענדיג אן ענדע צו אלע וואקסין מאנדאטן, אבער האלטנדיג די וואקסינען עוועילעבל פאר די וואס ווילן עס האבן, ספּעציעל אזעלכע וואס זענען אין די הויכע-ריזיקע קאטעגאריע פון ווערן אנגעשטעקט מיט קאוויד. די אנולירונג פון די עמורדזשענסי באנוץ אויטאריזאציע באדייט אז די וואקסינען זענען נאר אויטאריזירט צו נוצן פאר געוויסע יארגאנג-גרופּעס וואס האבן שוין באקומען פולע אויטאריזאציע און די וואקסינען וועלן אין אלגעמיין נישט זיין אזוי גרינג צו באקומען.

מאמדאני וויל דעמאקראטן
אינדארסמענט

ניו יארק – דער ניו יארק סיטי מעיאר קאנדידאט זאראן מאמדאני ארבעט שווער צו באקומען די אינדארסירונגען פון הויכראנגיקע דעמאקראטישע פארטיי פיגורן פאר זיין קאנדידאטור, אבער דערווייל גיט זיך עס אים נישט איין. מאמדאני איז דער שטארקער פראנט ראנער לויט אלע אנקעטעס, אבער ער וויל האבן די אינדארסירונגען פון דעמאקראטישע פירער, אריינגערעכנט דער ברוקלין-באזירטער קאנגרעסמאן האקים דזשעפריס, ווייל דאס וועט אים געבן לעגיטימיטעט. טראץ א צווייטע זיצונג די וואך מיט דזשעפריס, האט ער נאכנישט באקומען זיין אינדארסמענט.

פראנטיער עירליינס
לייגט צו פרישע רוטס

שיקאגא – פראנטיער עירליינס האט געמאלדן אז זיי וועלן האבן צוואנציג נייע דאמעסטישע און אינטערנאציאנאלע רוטס פון גרויסע אמעריקאנער סיטיס, מיט טיקעטס אזוי ביליג ווי 29 דאלער. די נייע פלייטס וועלן זיך אנהייבן אין די קומענדיגע פּאר חדשים און וועלן אפּערירן אין יוסטאן, דעטרויט, פארט לאדערדעיל, דאלאס, שארלעט און באלטימאר. דער ציל פון פראנטיער עירליינס איז צו בעסער קאנקורירן קעגן איר שוואכערן בודזשעט-עירליין ספיריט עירליינס.

     

געבענטשטע האר

פירמע: מיללער שטריימל

מארקעטער: פריעדקא

די בארימטע "מיללער שטריימל" האט דערקלערט א צוויי וואכן סעיל ביי זייער לאקאל אין מאנסי, שטייענדיג הארט בעפאר חודש תשרי וואס איז אנגעפולט מיט די ימים טובים און ימים נוראים. צו דער געלעגנהייט זענען די מארקעטינג מומחים אין "פריעדקא" אויפגעקומען מיט א פאסיגע זאץ וואס שטעלט צוזאם דעם מעסעדזש פון מיללער'ס שטריימל קוואליטעט און דער סעזאן פון חודש תשרי הממשמש ובא, נעמליך "גוט געבענטשטע האר".

פאסט-קארד צוריקגעשיקט נאך 70 יאר

ניו יארק – 72 יאר נאך וואס עס איז ארויסגעשיקט געווארן, איז א פאסט קארטל וואס אן 88 יעריגער מאן פון ניו יארק האט געשיקט צו זיינע עלטערן קיין אילינאי ענדליך אנגעקומען. דער פאסט קארטל, וואס צייגט א בילד פונעם יו-ען געביידע, איז געשיקט געווארן דורך עלען באלל אין 953' אבער איז פארלוירן געווארן ערגעצוואו אין א פאסט אפיס וואו עס איז געבליבן געשטראנדעט פאר צענדליגער יארן, ביז עס איז געטראפן געווארן דורך א פאסט אפיס איינגעשטעלטן וועלכער האט דאס אפגעשיקט.

דריי-פערטל אמעריקאנער וויילער זאגן אז זיי געטרויען נישט פּוטין איינצוהאלטן סיי וועלכע שלום אפּמאך וואס ווערט דערגרייכט איבער דער אוקראינער מלחמה.


די פעדעראלע טראנספּארטאציע דעפּארטמענט וועט איבערנעמען מענעדזשמענט פון די גרויסע "יוניאן סטעישאן", אוועק פון דער לאקאלער מוניציפּאלער רעגירונג.


טראמפּ האט נעכטן געווארפן פרוי מונארעז פון איר אמט אלס סי-די-סי דירעקטאר, געציילטע וואכן נאך וואס דער סענאט האט באשטעטיגט איר נאמינאציע.


אידישע-געשעענישן

אום ד' אלול שנת קנ"א זענען אידן אין שפאניע דערמארדעט געווארן אין אנטיסעמיטישע פאגראמען, אריינגערעכנט 250 אידן הי"ד אין טאלעדא און אין בארצעלאנא.

וועלט-פאסירונגען

אין דעם טאג אין יאר 916' למספרם איז דאס איטאליענער מיליטער אפיציעל געגאנגען אין מלחמה קעגן דייטשלאנד, ביים ערשטן וועלט קריג.

כיצד מ'ראקעטין

אילאן מאסק האט פובליצירט דאס דראמאטיש בילד פון הונטער דעם ריזיגן "סטארשיפ" ראקעט וואס זיין "ספעיס-עקס" קאמפאני האט דינסטאג נאכט סוקסעספול ארויסגעשאסן אין א געלונגענע טעסט. דאס בילד צייגט די מאסיווע סייז פונעם ראקעט מיט די פילע עקזאסט לעכער ארויסצושיסן די פארברענטע גאזאלין און שאפן שטויס קראפט צו הייבן דעם ראקעט צו די הויכע רוימען.

For Sale

Summer Homes - A variety of brand new summer homes, in the finest developments throughout the mountains, Swan Lake, Woodridge, Woodbourne, Kauneonga Lake, call/ email for info. Binyan Realty group, 718-599-7700 [email protected].

Hollywood-2 Beautiful Homes Available For Peasach. Heated Pools & Jacuzzi, Complely Kashered Kitchen, Very Private Back Yard, Voleyball, Pool Table, Bbq.. , Close To Shuls.Call Avi: 516-712-9820!

For Rent

Enjoy a "Royal" Sukkos, in Royal villas, a colony in the heart of Monticello, with beautiful fresh 3 bedroom houses, with private Sukka to each house, new big beis medrash and mikva, and a nice playground. Call 347-529-5171

Loch Sheldrake Town & Country Estates. Big summer home 4 1\2 bedrooms 2 baths full summer 1800sq 600sq porch asking 31K 845-915-4042

Miscellaneous

If You Have Elderly Parents, We Can Get Insurance To Pay For Their Care. Please Email [email protected]


קעמפס קאנטריס און מוסדות: גוטע ווענדונג מאשין צו קויפן סאדעס אדער סנעק מאשינס. שפארט ענק די קאנטין און מאכטס דריי מאל אזוי פיל געלט. 917-697-5532

א חשובה סופר מיט א אויסערגעווענליכע כתב איז גרייט צו שרייבן פאר אייך א הערליכע קליינע ספר תורה פאר מער פרטים רופט 347-651-0881

     

עלות השחר: 5:07 | סוזק"ש: 9:01 | צאה"כ: 8:45:55

עלות השחר: 5:07 | סוזק"ש: 9:02 | צאה"כ: 8:48:46

     
62° / 78°
51° / 75°
     
  In Effect   In Effect

הג"מ משה בן הג"מ נפתלי הירש זצ"ל רבקש–סופר — מווילנא — בעל "באר הגולה“ — תל"א

הג"מ צבי הירש בן הג"מ ארי' לייב זצ"ל לעווין — אב"ד בערלין — מח"ס "צבי לצדיק" — תק"ס

הג"מ ישעי' בן הג"מ מאיר זצ"ל — מפּשעדבורזש — תקצ"א

הג"מ ארי' לייב תאומים בן הג"מ יוסף זצ"ל — אב"ד בראָד — בעל "גור ארי' יהודה“ — תקצ"א

הג"מ נתנאל בן הג"מ יחיאל מיכל הכהן זצ"ל פריעד — אב"ד ב' אויווארוש — שו"ת פני מבין — תרע"ו

הג"מ מאיר שמחה בן הג"מ שמשון קלונימוס קלמן הכהן זצ"ל — אב"ד דווינסק — בעל "אור שמח“ — תרפ"ו

הג"מ יוסף מאיר בן הג"מ חיים אברהם זצ"ל פּאָלאַק — מבערעגסאַז — תש"א

הג"מ חיים מאיר יחיאל בן הג"מ ישראל זצ"ל הורוויץ [חתן הקדויו"ט] — מריינזשיוו, סעליש — תש"ב