וויליאמסבורג – א טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויפ'ן עולם התורה און ספעציעל אויף חסידי סאטמאר נעכטן נאכט מוצאי שבת, ווען מען האט געהערט די טרויעריגע בשורה אז דער בארימטער מגיד שיעור ומרביץ תורה ומזכה את ישראל, הגה"צ המפורסם חו"פ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל, בעל מחבר ספרי "סייעתא דשמיא", איז נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאר, נאכ'ן זיך פלאגן די לעצטערע תקופה מיט די שווערע מחלה ל"ע.
רבי שמעי' זצ"ל איז געווען באקאנט איבער דער וועלט מיט זיין געוואלדיגע התדה וגאונות בתורה, זיין עבודת ה' און זיין צדקות. ווי ער האט געהארעוועט אין תורה פון יונגערהייט, גרייכנדיג צו יחוס עצמו אויף א געוואלדיגן פארנעם אין אלע הינזיכטן, ושמו הטוב הלך לפניו אלע יארן כולן שוין לטובה.
רבי שמעי' זצ"ל איז געווען פון די סאמע חשוב'סטע תלמידים פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע דאהי אין אמעריקע. ער האט שוין זוכה געווען אנצוהייבן פארלערנען זיינע באקאנטע שיעורים אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג בחייו פון רבי'ן זי"ע. די שיעורים האט ער אנגעהאלטן מיט א קביעות אין לשער די לעצטע 45 יאר, עדי זיבולא בתרייתא, נישט לאזנדיג גארנישט זאל אים דערפון שטערן. ער איז קיינמאל נישט אוועגעפארן וואקאציע אדער סיי וואו אימער, נישט וועלנדיג אויפגעבן די קביעות פון הרבצת התורה. ער האט נאך ממש לעצטנס מיט די שוואכסטע כוחות אנגעהאלטן די קביעותדיגע שיעורים.
כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמַע דִּבְרֵי אֱלֹקִים חַיִּים מִפִּי שְׁמַעְיָה (יומא ל"ה ע"ב): רבי שמעי' האט זוכה געווען צו זיין באשאנקען מיט א לשון לימודים און פה מפיק מרגליות. זיינע רייכע און תוכנ'פולע שיעורים האבן שטענדיג געצויגן א שיינער ציבור. די רעקארדירונגען פון זיינע שיעורים אין אַלע חלקי התורה, ספעציעל אין חומש רש"י, זענען פארשפרייט געווארן אומעטום.
אין די זומער חדשים פלעגט ער אלע יארן דינען אלס מגיד שיעור אין דער סאטמארער באנגעלאו קאלאני "לפידות" אין ווייט לעיק, וואו ער האט משפיע געווען מהודו אויף אלע תושבים.
זיינע חשוב'ע ספרים זענען געווען אנגענומען און פארשפרייט צווישן אלע שיכטן און קרייזן אבער דער גארער וועלט. בפרט זיין הערליכער פירוש "סייעתא דשמיא" אויף ששה סדרי משנה וועלכע געפינט זיך אין יעדעס בית המדרש, היכל התורה און אוצר הספרים, זייענדיג באקאנט מיט איר קלארקייט און רייכקייט און איז אן אומשאצבארע ירושה וואס דער גדול זצ"ל האט איבערגעלאזט פאר'ן כלל ישראל.
דערצו האט ער כסדר געפילעוועט אין זיינע דרשות מיט קלארע רייד די ריינע השקפה פון התבדלות מרשעים והתרחקות מציונים וכל הנגררים אחריהם, ווי ער האט מקבל געווען בבית מדרשו של מורו ורבו מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
דעם שבת קודש האט דער גרויסער מגיד שיעור ומרביץ תורה זצ"ל אויסגעהויכט זיין ריינע נשמה אין עלטער פון 77 יאר נאכ‘ן זיך מוטשען א לענגערע צייט מיט די שווערע מחלה ל"ע. שבת וינפש. וי אבדה נפש.
די לוי' וועט ארויסגיין היינט אינדערפרי פון ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אין וויליאמסבורג אויף ראדני סטריט, טאקע דאס פלאץ וואו ער האט אזויפיל צענדליגער יארן זוכה געווען מרביץ תורה צו זיין און משפיע געווען פון זיין גאונות און צדקות. פון דארט וועט עס געפירט ווערן צו דער סאטמארער קאנטרי לפידות אין ווייט לעיק און פון דארט קיין קרית יואל. מען ערווארט א ריזן ציבור וועלכע וועט קומען באגלייטן דעם גרויסן גאון ומרביץ תורה למנוחת עולם.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.















