|
 |
 |
פעדעראלער רעזערוו האלט אפ נאך אינטערעסט העכערונג
וואשינגטאן – דער פעדעראלער רעזערוו האט מיטוואך געשטימט צען קעגן צוויי צו לאזן אינטערעסט ראטעס אומגעטוישט ביי 3.75 ביז 4 פּראצענט, טראץ דרוק פאר א פרישע העכערונג. גאווערנאר פרוי קוק און קליוולאנד פעדעראלער רעזערוו פּרעזידענט פרוי העמאַק האבן געוואלט העכערן די ראטעס מיט א פערטל פּראצענט.
דער פארזיצער קעווין ווארש האט געזאגט אז די עקאנאמיע בלייבט שטארק און די ערווארטונגען איבער אינפלאציע האבן זיך פארבעסערט, אבער הויכע ענערגיע פּרייזן און מאסיווע אינוועסטירונגען אין עי-איי טעכנאלאגיע ברענגען ווייטער זארגן איבער אינפלאציע. באאמטע
באטראכטן נאך א העכערונג ביי זייער דעצעמבער 9 זיצונג. אינפלאציע האלט זיך שוין העכער פינף יאר איבער דער פעדעראלער רעזערוו'ס צוויי פּראצענט ציל, און די הויכע בארג קאסטן דרוקן ווייטער אויף מארטגעדזשעס, קרעדיט קארדס און קאר הלוואות. דער באשלוס קומט זעקס טעג בעפאר די מידטוירם וואלן.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
 |
וואס איז אייער שאצונג אנבאלאנגט די מידטוירם וואלן?
47% דעמאקראטן געווינען קאנגרעס; רעפובליקאנער סענאט
31% דעמאקראטן געווינען קאנגרעס און אויך דעם סענאט
14% רעפובליקאנער געווינען קאנגרעס און אויך דעם סענאט
8% רעפובליקאנער געווינען קאנגרעס; דעמאקראטן סענאט
|
 |
|
 |
|
|
 |
|
 |
 |
קיין מערהייט ביי מדינת ישראל וואלן
ירושלים – מיט כמעט ניינציג פּראצענט שטימען געציילט מיטוואך, האט מדנ"י פּרעמיער מיניסטער נתניהו'ס בלאק געהאט 53 כנסת זיצן, קעגן 48 פאר גדי אייזענקאט'ס בלאק. די אראבישע פּארטייען זענען געשטיגן צו א רעקארד פון ניינצן זיצן און קענען פּאטענציעל באשטימען די קומענדיגע רעגירונג. קיינער פון די צוויי בלאקן האט נישט די נויטיגע 61 זיצן פאר א מערהייט. בערך 430,000 ביז 480,000 ספּעציעלע בעלאטס דארפן נאך געציילט ווערן, און די ענדגילטיגע אפיציעלע רעזולטאטן ווערן ערווארטעט נאוועמבער 4.
צענדליגער טויט אין שפּאנישער באן קראך
מאדריד – אמווייניגסטנס 68 מענטשן זענען אומגעקומען און זיבעציג פארוואונדעט געווארן מיטוואך, ווען צוויי באנען האבן זיך צוזאמגעשטויסן דרום פון מאדריד. א באן וואס איז געפארן 125 מייל פער שעה האט אריינגעקראכט אין א צווייטע באן וואס האט זיך אפגעשטעלט צוליב טעכנישע פראבלעמען. בערך 540 פּאסאזשירן זענען געווען אויף די באנען. די טראגעדיע קומט נאך א יאנואר קראך אויף דער זעלבער באן ליניע וואס האט אומגעברענגט 46 מענטשן. אויטאריטעטן האבן סוספּענדירט סערוויס, אינמיטן וואקסנדע זיכערהייט זארגן לענגאויס שפּאניע.
באלסאנארא אנטלאפן קיין מיאמי
בראזיל – דער דורכגעפאלענער פּרעזידענט קאנדידאט פלאוויא באלסאנארא, 45 יאר אלט, איז מיטוואך אנגעקומען קיין מיאמי נאכ'ן אנטלויפן פון בראזיל טראץ א סופּרים קאורט רייזע פארבאט. דער סענאטאר, א זון פונעם געוועזענעם פּרעזידענט זשאאיר באלסאנארא, איז אריבער קיין ארגענטינע און דערנאך געפלויגן דורך עקוואדאר אויף א פּריוואטן דזשעט. ער האט פארלוירן די זונטאג וואלן צו פּרעזידענט לולא, 51.8 קעגן 48.2 פּראצענט. באלסאנארא שטייט אויס פינאנציעלע פארברעכן אויספארשונגען, לייקנט אומלעגאלע אקטיוויטעטן און באשולדיגט פּאליטישע פארפאלגונג.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
היסטארישע שוהל אין טשעבין ווערט רעסטאוורירט
פּוילן – א היסטארישע שוהל אין טשעבין איז אפגעקויפט געווארן דורך אן אינטערנאציאנאלע אידישע ירושה איניציאטיוו, נאך יארן וואס דער געביידע איז געווען פארנאכלעסיגט. דער פּראיעקט, אנגעפירט דורך מאיר בולקא פון ארץ ישראל אינאיינעם מיט פּוילישע שותפים, וועט רעסטאוורירן דעם שוהל, אוועקשטעלן א אידישן מוזעאום און שאפן א באזוכער צענטער נעבן דעם בית החיים. טשעבין האט אמאל געהאט פיר שוהלן, און אין דער שטאט האבן געוואוינט חשוב'ע רבנים פון באבוב און טשעבין.
אנטיסעמיטישע ליפלעטן אין מישיגען געגנט
מישיגען – פּאליציי אין בערקלי נעבן דעטרויט פארשטארקערן פּאטראלן, נאך וואס אנטיסעמיטישע ליפלעטן זענען פארשפּרייט געווארן אויף גראז פארנט פון הייזער און אויף טראטוארן. אויטאריטעטן זאגן אז עס זענען נישט געווען קיין סטראשונקעס פון געוואלדטאטן, אבער דאס פארטיילן מאטעריאלן אויף פּריוואטע פראפּערטיס פארלעצט לאקאלע רעגולאציעס. די געגנט, וואו עס געפינען זיך עטליכע אידישע אינסטיטוציעס, האט געליטן ענליכע אינצידענטן אין מאי און יולי, אריינגערעכנט ליפלעטן מיט האקנקרייצן און אנדערע אנטיסעמיטישע בילדער.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
 |
דרייסיג יאר טורמע פאר עסנווארג שווינדל
מינעסאטע – א פעדעראלער ריכטער האט מיטוואך פאראורטיילט דעם מיניאפּאליס רעסטוראנט אייגענטימער סאלים סעיד צו דרייסיג יאר טורמע, פאר זיין ראלע אינעם מאסיוון קאוויד עפאכע עסנווארג שווינדל. פּראקורארן זאגן אז סעיד האט געהאלפן גנב'ענען 44 מיליאן דאלער דורכ'ן פאלש טענה'ן אז מען שטעלט צו טויזנטער מאלצייטן טעגליך פאר נויטבאדערפטיגע קינדער. עף-בי-איי נאכפאלגונג האט געצייגט בלויז בערך פערציג געניסער א טאג. די אנפירערין פון דער "פידינג אוער פיוטשער" ארגאניזאציע האט שוין באקומען 42 יאר טורמע.
קאנסטרוקציע פירמע קלאגט סטעיט דעפּארטמענט
אלאבאמא – די קאנסטרוקציע קאמפּאני "בי-על הארבערט אינטערנאציאנאל" האט מיטוואך אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם סטעיט דעפּארטמענט, פאדערנדיג אמווייניגסטנס 461 מיליאן דאלער פאר אומבאצאלטע קאוויד-פארבינדענע אויסגאבן ביי צוועלף אמבאסאדע און קאנסולאט פּראיעקטן אין אויסלאנד. די פירמע טענה'ט אז באאמטע האבן איינגעשטימט אויף א 370 מיליאן דאלערדיגן סעטלמענט אין סעפּטעמבער 25', אבער האבן שפעטער צוריקגעצויגן אונטער סעקרעטאר מארקא רוביא. די פּראיעקטן האבן אריינגענומען דיפּלאמאטישע איינריכטונגען אין טערקיי, גואטעמאלא, מעקסיקא, איראק און טיילאנד.
צענדליגער טויזנטער זיכערהייט ארבעטער אויסגעשטעלט
וואשינגטאן - א וועבזייטל האט מיטוואך פּובליצירט פּערזענליכע און פראפעסיאנאלע אינפארמאציע איבער העכער פערציג טויזנט ארבעטער אינעם היימלאנד זיכערהייט דעפּארטמענט, אריינגערעכנט אימיגראציע אגענטן און געהיימע אגענטן. די רעקארדס נעמען אריין נעמען, טעלעפאן נומערן, אימעיל אדרעסן און סענסיטיווע אויפגאבן אין נאכפאלגונג און שפּיאנאזש אפּעראציעס. העקערס האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט, טענה'נדיג אז זיי האבן באקומען די אינפארמאציע פון די דעפּארטמענט'ס סיסטעמען. "רויטערס" האט אומאפּהענגיג באשטעטיגט עטליכע רעקארדס, און די "אקטא" פירמע האט געלייקנט אז איר סיסטעם איז דורכגעבראכן געווארן.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
| |
|
|
|
 |
 |
 |
בשעה קאמפיין
פירמע:
בשעה
מארקעטער:
PIVOT
די "בשעה" קאמפאני איז באקאנט געווארן אין די לעצטערע יארן אלס א גאר שטארקע און וויכטיגע סערוויס פאר אומצאליגע היימישע אידן וועלכע האבן א פראבלעם מיט פונקטליכקייט איבער'ן טאג, וויבאלד עס איז זיי שווער אויפצושטיין באצייטנס און אנהייבן דעם טאג נארמאל. "בשעה" שטעלט צו א וועקן סערוויס און אלע ארומיגע פיטשעווקעס, און האבן אויסגעוועלט די געניאלע PIVOT מארקעטערס אהערצושטעלן דעם מאסיוון קאמפיין צום נייעם יאר, וואו די רעקלאמעס ברענגען זייער שארף און צום פונקט ארויס פאר וועמען "בשעה" סערוויסעס זענען געמאכט.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
|
 |
 |
For Sale
North Miami Beach-5/3 Home In North Miami Beach With Pool, Ideally Located Near All Amenities. 10 Min Walk To Shuls, $1.6M 786-372-0788
For Rent
Monticello-Miami Beach Cottages Monticello 2 Units Of 2 Bedrooms Great Location Near Walmart Washer-Dryer Chasiddish Crowd
Fleishman’s-Fabulous 7 Bedroom Mansion,18 Beds, All Amenities Provided. Next Door To Satmar Camp With Pool/Sauna/Game Room, 2 Private Acres. Available August Serious Inquiries Only. 718-864-6492
Help Wanted
Mortgage firm with multiple locations looking for an operations manager, needs to have experience with leading multiple sales and administrative teams, needs to have extensive mortgage experience and knowledge. We offer a referral fee of $1,000 Reach out to: [email protected]
|
 |
|
 |
|
 |
| |
|
|
|
|
| |
|
|
|
|
| |
|
|
|
|
 |
 |
הג"מ יחזקאל בן הג"מ אברהם ישכר הכהן זצ"ל ראַבינאָוויטש — ראַדאָמסק — בעל "כנסת יחזקאל“ — תרע"א
הג"מ חנינה אברהם ב"ר נפתלי צבי זצ"ל לייטנער — אב"ד מאָנטעווידעאָ — בעל "בנין אברהם" — תשס"ח
|
 |
|
 |
|
 |
| |
|
|
|
|
|