ירושלים – די מלחמה צווישן אמעריקע, מדינת ישראל און איראן האט שוין דערווייל געקאסט 11 קרבנות, אריינגערעכנט 10 אידן הי"ד, אין ארץ ישראל, ווען איראנער מיסילס און דראונס האבן געלאנדעט אויף באוואוינטע הייזער אין עטליכע שטעט.
נעכטן פארמיטאג האט א ריזיגע שטיק פון אן איראנער מיסיל אראפּגעקראכט אויף א הויז אין דעם אלטן טייל פון שטאט בית שמש, נישט ווייט פון ירושלים, און ברוכווארג דערפון איז אויך געפאלן אויף ארומיגע הייזער, שאפנדיג שווערע שאדנס.
הצלה פּאראמעדיקס האבן רעאגירט צו דער סצענע און האבן ליידער אין לויף פונעם טאג באשטעטיגט 9 פאטאליטעטן הי"ד, אריינגערעכנט מרת שרה אלימלך הי"ד, איר טאכטער רונית הי"ד, אורן כ"ץ הי"ד און גבריאל ברוך רווח הי"ד.
אויסער דעם זענען געווען צענדליגער פארוואונדעטע, אריינגערעכנט קליינע קינדער, און די מדינת ישראל אויטאריטעטן זאגן אז זיי פארשן פארוואס די לופט שוץ סיסטעמען האט נישט אראפּגעשאסן דעם מיסיל, און פארוואס דער שעלטער איז צוזאמגעפאלן.
די 9 אומגעקומענע אין בית שמש, איז אויסער וואס א פיליפּינער נישט-אידישע פרוי איז אומגעקומען אין תל אביב פון די ערשטע רונדע איראנער מיסיל אטאקעס, און א אידישע פרוי אין אירע זעכציגער יארן נאכ'ן געפירט ווערן צום איכילוב שפּיטאל.
אין די נאכט שטונדן האבן די סירענעס לאנג געפיפן אין ירושלים, און עס זענען באריכטעט געווארן א צאל איראנער מיסילס און שראפּנעל וואס זענען דארט געפאלן. אין איין געגנט האט אן איראנער מיסיל אטאקע געברענגט זעקס פארוואונדעטע.
נעכטן האט זיך די מלחמה אויסגעברייטערט אויף א גרויסן פארנעם, ווען די כיזבאללא טעראר גרופּע האט געשאסן א באראדזש פון ראקעטן אויף צפון ארץ ישראל, צום ערשטן מאל זינט דער פייער אפּשטעל איז אריין אין אפעקט אין נאוועמבער 24'.
איין ראקעט האט געלאנדעט אויף א פעלד, און די איבריגע זענען אראפּגעשאסן געווארן. כיזבאללא האט באשטעטיגט אז זיי טוען עס אלס נקמה פאר כאמינעי'ס טויט, און מדינת ישראל האט רעאגירט מיט אטאקירן כיזבאללא פּאזיציעס אין לבנון.
























