|
 |
 |
'עיברעהעם לינקאלן' ענדליך צוריק!
סאן דיעגא — די ריזן שיף "יו-עס-עס עיברעהעם לינקאלן" איז ענדליך צוריקגעקומען צום האפן אין סאן דיעגא נאך א לאנגע נסיעה פון 322 טעג אויפ'ן אפענעם ים, וואס ווערט פארעכנט אלס איינע פון די לענגסטע נסיעות אין דער היסטאריע פונעם אמעריקאנער מיליטער.
די סאלדאטן אויף דער שיף זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד דורך זייערע פאמיליע מיטגלידער וואס האבן שוין קוים געווארט זיי צו זען, אבער צוזאמען מיט די פרייד, איז נאכאמאל אויפגעקומען די אלטע קריטיק און זארג איבער’ן שוואכן מאראל וואס האט געהערשט צווישן די מאנשאפט דורכאויס דער לאנגער צייט.
מען האט געקענט זען די פרייליכע סאלדאטן שטיין אויפ’ן דעק פון דער שיף; טייל האבן געוואונקען צו די משפחות וואס האבן געווארט אינדרויסן, אנדערע האבן אפילו געטאנצט פאר שמחה ווען זיי האבן געהערט די פרייד-געשרייען פון זייערע נאנטע. די ערשטע אראפּצוגיין פון דער שיף ביי דער מיליטערישער באזע אין קאלאראדא זענען געווען 64 עלטערן וואס האבן שוין געווארט מאנאטן לאנג צו זען און ארומנעמען זייערע ניי-געבוירענע צום ערשטן מאל אין לעבן.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
|
|
|
|
|
|
|
| אבני אפוד |
|
אוצר השבת |
|
אורות יואל |
|
מעדני יואל |
|
|
|
|
|
|
|
| אור החיים |
|
באר הפרשה |
|
הואיל משה |
|
הליכות חיים |
|
|
|
|
|
|
|
| יחידתי |
|
יחידתי - אידיש |
|
ישמח ישראל |
|
ובחרת בחיים |
|
|
|
|
|
|
|
| לשון קדשו |
|
מבאר רבותינו |
|
מחשבות |
|
משולחנא דמלכא |
|
|
|
|
|
|
|
| עלה לתרופה |
|
פלאצק |
|
פתגמין קדישין |
|
קרני אור |
|
|
|
|
|
|
|
| מאמר מרדכי |
|
זרע שמשון |
|
נקדישך |
|
תורתך קבע |
|
 |
|
 |
|
|
 |
|
 |
 |
רוסישע "באמבע" הרג’עט 30 אין קיעוו
קיעוו — א רוסישער "גלייד באמבע" האט דאנערשטאג אינדערפרי באטראפן צוויי פּאסאזשיר באסעס אין דער מזרח אוקראינישער שטאט קראמאטארסק, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 30 ציווילע און פארוואונדענדיג נאך 18 אנדערע. אוקראינישע באאמטע האבן קלארגעשטעלט אז די אטאקע איז געווען מיט א דירעקטער פּלאן. די סארט באמבעס, ווען זיי ווערן ארויסגעלאזט פון פליגערס אויף דער רוסישער זייט פונעם פראנט, האבן די מעגליכקייט צו פליען גראד צו ספּעציפישע צילן אויף דער ערד. אין דעם פאל איז עס געווען א גאס אין דער שטאט וואס געפינט זיך 20 קילאמעטער (12.4 מייל) פונעם פראנט.
צוויי לאטוויער ארעסטירט אין ענגלאנד
ליטע. — צוויי לאטווישע בירגער זענען ארעסטירט געווארן ביי א מיליטערישער באזע אין דרום-מזרח ענגלאנד וואו עס געפינען זיך אינטעלידזשענס צענטערן פון דער אמעריקאנער ארמיי און נאט"א (NATO), נאכ’ן דורכברעכן דעם זיכערהייט צוים. די ארעסטן קומען אין א צייט פון העכערע זיכערהייט זארגן ביי די בריטישע מיליטערישע באזעס נאך א באזונדערע אינצידענט פאריגן מאנאט אין דער “פעירפארד” בריטישער באזע. די צוויי, 36 און 32 יאר אלט, זענען ארעסטירט געווארן ביי דער "אר-עי-עף (RAF) מאולסוואורט" באזע אין קעמברידזשייער. זיי ווערן יעצט געהאלטן אונטער ארעסט פאר “טרעספּעסינג" און אריינגיין אין א פארבאטענער זאנע.
פרישע קלאגעס פאר מאדורא
ניו יארק — ניקאלאס מאדורא, דער געוועזענער פּרעזידענט פון ווענעזועלא, שטייט פאר פרישע קלאגעס אין אמעריקע וואס פארשטערקערן דעם דרוק אויפ'ן געוועזענעם דיקטאטור, וועלכער איז שוין פריער אנגעקלאגט געווארן פאר זיין טייל אין א קאנספּיראציע צו שמוגלען קאקעין צו אמעריקע. יעצט ווערט ער באשולדיגט אויף באגיין מענטשן-רעכט פארלעצונגען בשעת ער האט געדינט אלס פּרעזידענט פון דעם רייכן נאפט-לאנד, אין דרום אמעריקע. מאדורא ווערט געהאלטן אונטער ארעסט אין ניו יארק זינט אנהויב יאנואר נאכדעם וואס זיכערהייט כוחות האבן אים ארויסגעכאפּט אינמיטן נאכט פון זיין היים אין קאראקאס.
|
 |
|
 |
|
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
 |
“איזייעס” איז ערשטער 26’ האריקעין
פּאנאמע סיטי — “איזייעס" איז שוין געווארן פון א טראפּישער שטורעם דער ערשטער האריקעין פונעם יאר 26’ אטלאנטישן סעזאן. לויט די שאצונגען, וועט דער האריקעין אראפּקומען אינעם "גאלף" געגנט פון אמעריקע שפּעט פרייטאג אדער שבת אינדערפרי, וואס קען שטעלן אין א סכנה טיילן פון מיסיסיפּי, אלאבאמא, און דער מערב פלארידע פלאך-הענטל. מיט ווינטן וואס דערגרייכן ביז 100 מייל פּער שעה, איז ”איזייעס" א "קאטעגאריע 2" האריקעין. האריקעין ווארענונגען זענען ארויסגעגעבן געווארן פאר’ן ‘נארטערן’ חלק פונעם גאלף קאוסט, אנגעהויבן פון דער מיסיסיפּי-אלאבאמא גרעניץ, דורך דרום אלאבאמא, ביז פּאנאמא סיטי אין פלארידע.
פרישע "אייס" שיס אקציע
מאנהעטן — א געצילטע אקציע פון אימיגראציע אגענטן (ICE) אין אפּער מאנהעטן בשעת "אייס" אגענטן האבן פּרובירט צו ארעסטירן א פּארשוין פאר'ן האבן פארבינדונגען מיט אימיגראנטן, האט זיך נעכטן נאכמיטאג געענדיגט מיט א שיסעריי, וואו דער פארדעכטיגטער איז פארוואונדעט געווארן, אבער א 5-יעריג אינגל וואס איז געווען אין זיין קאר איז ארויס אומגעשעדיגט. די שיסעריי האט פּאסירט 4 אזייגער נאכמיטאג נעבן מארבל היל עוועניו און וועסט 225'סטע גאס אין הארלעם. באאמטע דערציילן אז אן אייס אגענט האט א פּאר מאל געשאסן דורכ'ן פראנט ווינדשילד פונעם פארדעכטיגטן’ס קאר. דאס קינד איז געזעסן אינעם אונטערשטן זיץ.
נישט גענוג ‘זעראוס’ פאר’ן דעפיציט… $2,000,000,000,000
וואשיננגטאן — לויט פרישע באריכטן פונעם קאנגרעסיאנאלן בודזשעט אפיס (CBO) האט דער אמעריקאנער בודזשעט דעפיציט דערגרייכט כמעט צוויי טריליאן דאלאר (2,000,000,000,000) אין בודזשעט יאר 26’ וואס האט זיך געענדיגט דעם 30'סטן סעפּטעמבער. דער דעפיציט, וואס מאכט אויס א סך הכל פון 1.993 טריליאן דאלאר, איז א העכערונג פון 12 פּראצענט קעגן דעם סכום פון א יאר צוריק, און איז דער העכסטער דעפיציט זינט 21’. דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר זענען די אויסגאבן געשטיגן מיט 6 פּראצענט צו א סך הכל פון 7.4 טריליאן דאלאר, בעת וואס די רעגירונג'ס איינקונפט איז בלויז געשטיגן מיט 3 פּראצענט צו 5.4 טריליאן דאלאר.
|
 |
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
| |
|
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
 |
 |
|
|
 |
|
|
 |
 |
|
|
 |
|
|
 |
 |
|
|
 |
 |
 |
הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זי"ע – ג' חשון
דער רוזשינער, הרה"ק רבי ישראל פרידמאן זי"ע ועכי"א, איז געווען א זון פון הרה"ק רבי שלום שכנא זי"ע פון פּראהבישט, בן הרה"ק רבי אברהם המלאך זי"ע, זון פון הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע. יונגערהייט איז ער געווארן א יתום, און אלס יונגערמאן פון בלויז 16 יאר אלט שוין געקרוינט געווארן אלס רבי. ער האט אויפגעשטעלט א פראכטפולן מלכות'דיגן הויף אין רוזשין, וואו ס'איז געווארן דער צענטער פון זיין חסידות. טראץ זיין יונגן עלטער האט דער רוזשינער בליץ שנעל פארנומען אן ארט צווישן די גרעסטע צדיקים און מנהיגי ישראל. צוליב די פארפאלגונגען פון דער רוסישער רעגירונג האט ער שפּעטער געמוזט אנטלויפן פון רוסלאנד און זיך באזעצט אין סאדיגורא, גאליציע, וואו רבבות ישראל האבן געשטראמט לחסות בצל קדשו. נאך פערציג יאר הנהגה איז ער נסתלק געווארן, מיטוואך פרשת נח, ג' מרחשון שנת תרי"א, זייענדיג קוים אלט 54 יאר, ומנ"כ אין סאדיגורא.
* דער הייליגער רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע האט אמאל זיך אויסגעדריקט: "רבי ישראל'טשע פון רוזשין האט זיך גענומען א דרך פון חנוך מלאך מט"ט!" אן אנדערס מאל האט ער געזאגט: 'א פלא אויף אזא איש קדוש, צו וועמען עס קומט אן אזויפיל געלט און כבוד פון דער וועלט, און זיין כוונה איז בלויז מרבה צו זיין כבוד שמים. - דאס וועט מען פארשטיין נאר ווען דער גואל צדק וועט קומען!'
* מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נאכגעזאגט ביי שלש סעודות פרשת קרח תשכ"ז, וואס ער האט געהערט פון אן איש מהימן, וואס האט געהערט פון זיין טאטן, אן איידעם ביי א איד וואס איז איבער צוואנציג יאר געווען ביים הייליגן רוזשינער זי"ע, און האט דערציילט פון זיין שווער, אז דער הייליגער רוזשינער האט אמאל געזאגט: "אזוי ווי ס'איז געווען אין דער צייט פון אליהו הנביא, אז ער האט אראפּגעברענגט אש מן השמים, וועט פאר ביאת המשיח זיין די נסיונות אזוי גרויס, אז דאס אש מן השמים וועט אראפּקומען פאר די נביאי הבעל, און מ'וועט זיך דארפן דראפּן, מ'זאל קענען ניצל ווערן!"
|
 |
|
 |
|
 |
 |
For Sale
North Miami Beach-5/3 Home In North Miami Beach With Pool, Ideally Located Near All Amenities. 10 Min Walk To Shuls, $1.6M 786-372-0788
For Rent
Monticello-Miami Beach Cottages Monticello 2 Units Of 2 Bedrooms Great Location Near Walmart Washer-Dryer Chasiddish Crowd
Fleishman’s-Fabulous 7 Bedroom Mansion,18 Beds, All Amenities Provided. Next Door To Satmar Camp With Pool/Sauna/Game Room, 2 Private Acres. Available August Serious Inquiries Only. 718-864-6492
Help Wanted
Mortgage firm with multiple locations looking for an operations manager, needs to have experience with leading multiple sales and administrative teams, needs to have extensive mortgage experience and knowledge. We offer a referral fee of $1,000 Reach out to: [email protected]
|
 |
|
 |
|
 |
| |
|
|
|
|
| |
|
|
|
|
| |
|
|
|
|
 |
 |
הג"מ חיים בן הג"מ יצחק הכהן זצ"ל הי"ד — מפּראַג — רע"א.
הג"מ אפרים זלמן שור בן הג"מ נפתלי הירש זצ"ל — בעל "תבואות שור“ (הראשון) — שצ"ד.
הג"מ יצחק בן הג"מ צבי זצ"ל מייזליש — אב"ד עיר חדש, (תלמיד החוזה) — תר"ט.
הג"מ מרדכי בן הג"מ משה שמואל זצ"ל ראָטנבערג — סאַלקא — תש"ן.
|
 |
|
 |
|
 |
| |
|
|
|
|
|